װעגן דער שפּיל־פֿעיִקײט פֿונעם גולם (קאָמפּיוטער) און דער אױטאָמאַטישער קאָנטראָלירונג פֿון אַ גאַנג:

אָט די אָפּציאָנעלע פֿונקציעס זײַנען װײַט פֿון בשלימותדיק, װײַל זײ קענען פֿונקציאָנירן פּערפֿעקט נאָר מיט אַן אָפֿיציעל, אַרומנעמיק װערטערבוך. מיר האָבן געניצט הונספּעל ייִדיש מיט אַ פּאָר שינויים: מיר האָבן צוגעגעבן װערטער און איבערגעשריבן אינעם ייִװאָ־אױסלײג (אָן װאָקאַל־ניקוד).

כּדי זיך צו באַגײן מיט טעותים, קענען די שפּילערס צושטימען אַז די קאָנטראָלירונג אָדער דער גולם האָבן זיך טועה געװען, און פּסלען אַ גאַנג — אַפֿילו אַ גאַנג פֿונעם גולם.

אױב דו האָסט פֿאָרלײגן, קענסטו מיר, װי תּמיד, שרײַבן אױף [email protected].